איך האָב ניט ליב זיך צו באַרימען מיט מיין יחוס, אָבער איך וואָלט פאָרט געוואָלט דערמאָנען, אַ דער זיידע מיינער איז געווען אַ שטיקל פאָלקלאָריסט. ניט קיין פּראָפעסיאָנעלער און דאָך אַ גאַנץ פעאיקער.
סוף 19טן יאָרהונדערט, ווען די פּעטערבורגער פאָרשער – גינזבורג און מאַרעק – האָבן פאַרבעטן די פאָרשטייער פון דער אינטעלעגענץ זאָלן זיך פאַרבינדן מיטן פאָלק און נעמען זאַמלען יידישע פאָלקסלידער, האָט דער זיידע צוזאַמען מיט זיינעם אַ פריינד זיך צוגעהערט צו יענעם רוף. דער זיידע האָט געהייסן ברוך־חיים קאָססעל און זיין פריינד – אהרן־לייב פּיק. זיי זיינען אַרומגעפאָרן איבער דער געגנט פון קיידאַן, זייער היימשטאָט אין ליטע און געזאַמלט אַלערליי לידער.
אין דעם גרויסן בוך – יידישע פאָלקסלידער אין רוסלאַנד – וואָס גינזבורג און מאַרעק האָבן עס אַרויסגעגעבן אין 1901 אין פּעטערבורג, זיינען 154 פון די 376 לידער געווען געזאַמלט און פאַרשריבן פון קאַססעל און פּיק. אלא וואָס? לויט ווי ב. קאַססעל האָט דאָס שפּעטער אָנגעשריבן אין זיינע זכרונות פון 1930, האָבן אַרויסגעבער און רעדאַקטאָרן פון יענער זאַמלונג – גינזבורג און מאַרעק גראָד פאַרצייכנט אַז די דאָזיקע לידער זיינען צונויפגעקליבן געוואָרן אין קאָוונע און ניט אין קיידאַן. דאָס האָט דעם זיידן ;פאַרדריסט, ווייל ער איז געווען אַ שטאָלצער קיידאַנער.
אין 1990, נעמענדיק זיך איבעצוזעצן דעם זיידנס באַשרייבונגען פון יידיש, האָב איך אוודאי געוואָלט אויסגעפינען וואָס מער וועגן דעם גאַנצן ענין, בין איך געפאָרן אין ייוואָ אין ניו־יאָרק זיך צו טרעפן דאָרטן מיט חנה מלאָטעק ע”ה. האָט זי מיר דעמאָלט דערציילט אַז דער ישראלדיקע פאָרשער דב נוי האָט אָקאָרשט צוגעגרייט אַ נייע אויפלאַגע פון גינדזבורג און מאַרעק באַוואוסטע זאַמלונג פון יידישע פאָלקסלידער. האָב איך גלייך אָנגעשריבן צו דב נוי קיין ירושלים, דערציילנדיק אים וועגן דעם זיידן און דער מעשה מיט קיידאַן און דער אַרומיקער געגנד וואו דער זיידע מיט זיין פריינד האָבן געפונען און פאַרשריבן אַזוי פיל יידישע לידער.
אַ פּאָר וואָכן שפּעטער באַקום איך אַ בריוו פון דב נוי. ער האָט געשריבן, אַז די נייע איסגאַבע (אייגנטלעך אַ ברייט אַנאָטירטע פאָטאָמעכאַנישע אויפלאַגע) איז שוין געווען שיער ניט אינגאַנצן פאַרטיק, אָבער ער האָט דאָך אין דעם לעצטן מאָמענט באַוויזן אַריינשטעלן אַ נאָכוואָרט אין וועלכן ער פאַרצייכנט, אַז דעם זיידנס לידער שטאַמען טאַקע פון קיידאַן. אָט אַזוי איז מיר געראָטן צו פאַרריכטן אַ טעות 90 יאָר שפּעטער.
*Homework
So our one writing assignment for Prof. Dov-Ber Kerler (a world-class scholar and linguist who teaches at U. of Indiana-Bloomington) was a theme, on any subject. which he agreed to edit and correct.
After my usual procrastination, I composed a few fairly awkward Yiddish paragraphs about my grandfather’s involvement, around the turn of the 20th century, with the movement to preserve Jewish folk music in Eastern Europe.
Dov-Ber did what looks to me like a masterful rewrite (imagine being grateful for a rewrite!) which you can read above … if you can read the above.
If not, well, there’s your first reason to go learn a shtikl Yiddish…
Here’s DovBer, at one of our gatherings:
